רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 9 בפברואר 2016

אליש ענגלנדר תרם לזאלוני 550 אלף דולר

מאת סאטמארי

הנגיד הטפסר ר׳ אל׳יש ענגלענדער האט געזאגט היינט פאר רבינו שליט״א, אז אונטערן רושם פון דעם הערליכן שבת, וויל ער געבן א ספעציעלע נדבה לכבודו הרמה, און אויפ׳ן פלאץ אונטערגעשריבן דעם שטר אפצוקויפן דעם שער הבנין החדש פאר דעם פאנטאסטישן אסטראנאמישן סכום פון $550,000! עס האבן אונטערגעשריבן דעם שטר: הנדיב ר׳ אלי׳ש, הנדיב ר׳ בעריש בערגער הי״ו, בשם הנהלת הת״ת, און כ״ק רבינו שליט״א.
שפעטער, ביי די מסיבה בבית הנגיד ר׳ יושע חיים שטערנליכט איז ווידעראמאל געווען א הצלחה למעלה מדרך הטבע, און ס׳איז אריינגעקומען העכער א האלבן מיליאן פונט אויפ׳ן פלאץ!
בוא וראה דעם כח פון א צדיק א מנהיג ישראל, אן אמת׳ער ערליכער איד, וואס זיין עצם קומען האט אזא מורא׳דיגע השפעה!
מארגן מיטאג גייט זיין אן אסיפה אונטער פארמאכטע טירן פון גאנץ משפחת בערגער מיט רבינו שליט״א.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.