רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 1 ביולי 2015

ראש הקהל של האהרונים בבורו פארק גזל סאטמארי בסך של כמעט 5 מיליון דולר - לקח הלואה ושיקר בבית דין ולא מחזיר

בטרם ניגש למכתבו של אהרן יוסף ווייס, נספר לכם כי הוא הגיע הבוקר לבית הכנסת של סאטמאר וצעק געוואלד לעיני כל, הוא הגיע עם רכב 'פלניא גזלנא' והזהיר את ההמונים להזהר מן השקרן הזה, מי שלא היה לו לחם לאכול, הוא בנה אותו הלווה לו כמעט 5 מיליון דולר ועתה מתכחש להלוואה

וכך כותב אהרן יוסף ווייס:

ב"ה. עש"ק לסדר "והם יקחו (צוגענומען) את הזהב" שנת תשע"ה לפ"ק
איך שרייב דעם בריעף מוט געוויין, און בעיט אייך גוטע פריינד ליינט דעי שורות פאר מיר, פאר אייך, אייער וועגין, אייער גוטס, אייער וויסן, כדי נישט צו געטרויען פארין בעסטין פראנד און אפילו ווען איר האנדילט מוט׳ן ערליכסטן יוד, ווייל ווען עס קומט צו געלט איז דער יצר הרע אזוי גרויס אז דער אזוי גערופענער כלומר׳דיגער גוטער פראנד אלכסנדר בן ציון ווערצבערגער בן הרה״ח ר׳ יחזקאל ז״ל האט ליגנט געזאגט ביי דין תורה, נישט געשראקן זיך פאר אלקים נצב בעדת קל, ווייל ער האט געוויסט אז איך האב נישט איבערווייז אויף די געלט וואס איך האב אריין געלייגט בתורת הלוואה, ווייל איך בין בימים ההם געוועין אוף פראבעישאן (probation) און איך האב נישט געהאט געהעריגע אונטערלאגע אוף מיין געלט, און ביי מיר צוגענומען ביי די 61 יאהר $4,850,000 אהן הארץ און אהן קיין טראפ רחמנות, בעיט איך אייך האט רחמנות אוף אייך און אייער ווייב און קונדער נישט צו מאכין דעם זעלבין טעות:
א) נעמט נישט קיין שותף; ב) אויב האט איר נישט א אנדער ברירה פארשרייבט אלעס פונקטליך אראפ מוט אונטערשרופט  ביי א יודי׳שן מומחה מוט עדות; ג) טראגט עס צו א ליגאלין איבערזעצער (מתרגם); ד) נאכדעים פירט עס איבער פאר א אדוואקאט (lawyer).
אויב וועט איר נישט אזוי טוען וועט איר זייער וויינען ווען אייער בעסטער פראנד וועט אייך אראפ שלעפין דע הוזן אהן רחמנות. קוקט מוך גוט אהן, איך שטיי יעצט דא פאר דעים מערדער, און קוקט ווי ער לאכט מיר און פנים. ער וועט אייך זאגין איך בין שוין פון לאנג אוס געוואינט אז מען שרייבט אוף מיר. וויל איך אייך דא זאגין אז אוף הרה"ח ר' משה שמואל פארקאש הי"ו, הרה"ח ר' יוסף פנחס סטראלאויטש (מק״י) הי"ו, הרה"ח ר׳ מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, הרה"ח ר׳ אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר׳ ישראל וויינשטאק הי״ו, הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש הי"ו, האט מען קיין מאהל נישט געלייגט צעטליך, ווייל זיי האבין נישט געהאנדלט מוט קיינעם מערדערליך, פארוואס האט ער מוט מיר געהאנדילט מיטן גרעסטין מאס רציחה? איך האב דאך איהם געבויט, ער איז געוועין א אפגעשמוסענער, געארבייט פאר יענעם ביז די 40 יאהר, און געהאט קוים ברויט אויף הוזן, איך האב דאך איהם אריין געלייגט און געשעפט, אדרבה פרעיגט איהם צו ער האט פארמאגט איין שטיקל ציגל איידער ער איז געשטאנען און ווארט מוט מיר, (חוץ דע ציגל וואס זיין טאטע האט איהם געקויפט א דאך אופן קאפ, ווען נישט וואלט ער יעצט דא נישט געוועין), זייט זייער געווארינט ווייל איך האב יא געהאט הוכחה, נאר נישט גענוג פאר בית דין. - בן ציון ווערצבערגער! טו תשובה, גיב מיר צוריק מיין געלט! בן ציון ווערצבערגער דו ווייסט דעם אמת! בן ציון ווערצבערגער! דו האסט געזאגט שקר ביים בית דין! - בן ציון ווערצבערגער! דו וועסט אפגעיבן דין וחשבון לעיני כל ישראל נאר פאר האנדלען מוט מיר מערדערליך, על אחת כמה וכמה פאר מעשה גניבה, גזילה, רציחה.
הכותב וחותם בדמעות, ואקוה להמושל בגבורת עולם שתחזיר לי המעות בעוד מועד, כי סוף כל סוף לא אצדיק רשע.
אהרן יוסף ווייס

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.