רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 17 ביוני 2015

כך היא עונשן של בדאין! - על המפלה של האהרונים היום בסנאט של ניו יארק

מאת סאטמארי

דער היינטיגער אפשטימונג אין נ.י. סטעיט סענאט, וואס איז א שטוינענדע מאכטפולע נידערלאגע פאר די קרית יואל׳ער אני ואפסי באהערדע, קומט לערנען א געוואלדיגע לעקציע. ס׳איז שווער צום גלייבן, אז די פארריסענע שטאלצע דלי גאה וועלן עפעס זאכליך ארויסנעמען דערפון. קוקנדיג אויף זייער עבר איז צום אננעמען, אז אנשטאט ציען קאנסעקווענטע מסקנות, וועלן זיי ליבערשט אויסקלויבן ארויסצולאזן א טיראזש מיט פרישע זינלאזע אטאקעס און אנשמירן דעם ״אנטיסעמיט״ לעיבל אויף יעדן רעגירונגס-מאן. אבער פארט דארפן די מסקנות ארויסגעברענגט ווערן, קלאר און דייטליך.
קעי.זשעי. גאווערמענט, וויסן זאלט איר, אז די צייטן אין וועלכע א מאסיווער בולדאזער האט געקענט איבערפארן אלץ און אלעמען איז ״אווער״.
צענדליגער יארן האט איר זיך אויפגעפירט ווי בלוט-דורשטיגע טיראנען, קעגן געזעץ, שכל און יושר. מ׳האט געפירט דעם ווילעדזש ווי א צוריקגעשטאנענע דריטע-וועלט לאנד, מיט אן אייזערנעם פויסט. כלפי די שכנים האט מען גרויסהאלטעריש געבונטעוועט און זיי געלאכט אין פנים, בעת אין ווילעדזש גופא, כלפי אחינו בני ישראל וואס האבן נישט אקצעפטירט דעם שלטון וואס זיי שמעקט, האט מען אפיציעל געהאט א ליניע פון ״הותר דמם״. קעגן יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן האט מען ארויסגעצויגן דעם בלוט-געווייקטן רוט און געשמיסן אונטער׳ן מאנטל פון געזעץ.
אז ס׳איז געקומען צו וואלן, האט מען אפגענארט גאנץ ווארשע, מיט אזעלכע אויפפאלנדע פעלשונגען לעיני השמש אז ס׳איז געווען צום שטוינען. פארנט פון די אויגן פון די שטאטישע אינספעקטארס איז מען באגאנגען מאסיווע פעלשערייען, און ווען זיי האבן עס איבערגעגעבן ווייטער, האט מען עס דורך פאליטישער דרוק, הויפטזעכליך מיט׳ן שטעקן פון ״בלאק וואוט״ משתיק געווען.

להמשך כנסו כאן:


א האלב שטעטל ווערט לכתחילה באטראכט פון ק.י. גאווערמענט אלס אומעקזיסטירבאר. זיי קומט נישט קיין וואסער, קיין לעקטער, קיין בוי-פערמיטן, נאר זיי איז א מצוה לכתחילה צו רודפ׳ן און שאנטאזשירן ערב בוקר וצהרים. שטערן יעדן פרואוו פון אויפבויען קהלות, מוסדות, און קהל׳ישע אנשטאלטן. ס׳איז מבהיל על הרעיון, אז פון די גוטע ״אידישע״ ווילעדזש לייט האט מען נישט געקענט ארויסבאקומען קיין שום טובה, בעת פון די ״שלעכטע״ שכנים האט מען בלויז געהאט הילף, לפנים משורת הדין!
ס׳איז נאך ״אינעם יאר״ ווען דער ווילידזש האט בייזוויליג קאאלאברירט אין דער שאנדפולער טעראר-אקציע ביים בית רחל, די הימל-שרייענדע אומרעכט פון צע׳מזיק׳ן און צעשמעטערן בניני בית רחל, א ביהמ״ד, און בארויבן דריי טויזנט קרית יואל׳ער אידישע קינדער פון זייערע עלעמענטארע רעכטן, און בא׳גזל׳ען טויזנטער איינוואוינער פון העכער צוויי מיליאן דאלער אויסגעבלוטיגטע הקדש-געלט.
דאס איז אלץ געווען מיט זייער דורכגעפוילטער שיטה פון ווילד ״איבערפארן״ אלץ און אלסדינג, אן קיין מורא פון דין אויף דער וועלט און חשבון אויף יענער וועלט.
נישט אריינגייענדיג בכלל אין דער נושא פון אנעקסעישאן, צי ס׳איז גוט פאר א האלב - אדער העכער האלב -שטעטל צי נישט, איז אבער קלאר ווי דער טאג, אז די שטאלצע חוצפה-יסגא׳דיגע באנעמונג פון דעם ווילידזש, מיט דעם אלטן אזיאטישן מהלך פון ״איבערפארן״ און זיך פרעכערהייט אויסלאכן פון דער וועלט -- הן היו בעוכריהם!! די נישט-אידישע שכנים האבן זיך ארומגעזען, אז די חברה זענען נישט דא צו פארהאנדלען, נאר צו בונטעווען און יעדן פארגוואלטיגן מיט יעדן מיטל צו דער דיספאזיציע, האבן זיי באשלאסן ״גענוג איז גענוג״!
צוויי געוועזענע פאליטישע פריינט פאר די ווילידזש חברה האבן געזען אז ס׳איז כלו כל הקיצין והקונצן, און האבן דורכגעבראכן א געזעץ וואס בלאקירט, אדער לכה״פ פארקריפלט, די אנעקסעישאן חלומות. און צו זייער בייז-וואונדער; די בילס זענען אריבער מיט שטוינענדע מערהייטן! אה, א שפריץ קאלט וואסער! ס׳איז א נייע וועלט. דו קענסט מער נישט סטראשען, דו האסט נישט מיט וואס! ״בלאק וואוט?״ יענער האט אויך! שרייסט אנטיסעמיט? יענער עפנט זיך דאס מויל און גיט צוריק אין זיבעטן ריפ. וזה הוא!
ס׳איז די העכסטע צייט זיי זאלן דערהערן דעם מעסעדזש אדורך און אדורך: שמילע, איטס אווער!!!
הייבט ענק אנפירן ווי מענטשן, ווייל דער אלטער צעלאזטער שטורעם-טרופער אינוואזיע וועג האט באקראנטירט, און ליגט באהאלטן נעבן דעם סעפטיק טאנק, סמוך ונראה צו מרנן ורבנן צווישן ר׳ דוד הויער און ר׳ שמואל אבערלענדער...
כי החילות לנפול לפניו...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.