רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 4 ביוני 2015

ככה מסתכלים אנשי בעלזא-בולגרייא על המחלוקת עם מחנובקה

כך כתבו הבעלזאים יום לפני החתונה:

עס לאזט זיך נישט גלייבען, מארגן גייט דער ווידערשפעניגער וואס האט געצאפט אין פארגאסן די בלוט פין מרן שליט״א אלע יארן מיט זיך ארויפשטעלן בראש המתנגדים הרשעים הארורים האלו, קומען צו גיין מיט א פארקנייטשטע שטערען אין טאנצען מיטן רבינו ״ובכן צדיקים״ מיט עקסטאז, אין די עולם וועט ארויסגיין פין די כלים אויף די געוואלטיגע הויכן מאמענט וואס מ׳האט דערלעבט צו זעהן נעבעך,
והאמת ייאמר ברורות !
די רב ז״ל וואס האט פארלוירן אלעס ביים קריג, האט זיך נישט געוואלט אוועקרירן פונ׳ם אש התופת אין אירופה אן זיין ברודער די בולגערייא רב זצ״ל אין האט געשריבן אין בריוו ווי באקאנט ״מגלגלים זכות על ידי זכאי אחי הקדוש״ וכו׳, דערנאך ווען מרן שליט״א איז געבוירן געווארן איז ער געווען זיין סנדק די איינציגסטע אין א״י אין עם געהיטן ווי דאס שווארץ אפיל פין זיין אויג, אן א צאל עובדות אין דיבורים וואס יעדער ווייסט, צו באטאנען וואס פאפע׳ר רב זצ״ל ר׳ יעקב יצחק ניימאן וואס איז אליינס געווען דערביי האט פארציילט, ווען מ׳האט געלאזט נייען א בעקיטשע פאר מרן שליט״א האט די רב זי״ע געלאזט רופן דעם שניידער ער זאל מעסטען די מאסן בנוכחותו הקדושה אין האט געזאגט ״גרעסער נאך גרעסער״ כמה פעמים, ווען די שניידער האט אנגעמערקט אז דאס איז נאך א קליין קינד האט די רב ז״ל געמאכט מיט די הענט ״ער וועט נאך זיין גרויס גרעסער אין נאך גרעסער״ ... אויך איז באוויסט די מעשה פין פסח ביים סדר מיט׳ן פתיחת הדלת לאליהו הנביא ואכמ״ל ,
לאידך גיסא, ווען יצחק דוד רוקח איז געפארן קיין אמעריקא בשליחות הסוכנות הציונית אין דער מאחנובקער איז געווען א בחור׳ל אין זיין טאטע האט עם געוואלט שיקן אין ישיבה אוניברסיטי האט די רב שליט״א געזאגט אין געקאכט אין געשיקט בריוו מ׳זאל ראטעווען דאס בעלזער אייניקל מרדת שחת, איינער פין די בריוו איז געווען אויסגעמאכט צו ר׳ אהרן ברוין ז״ל די מנהל פין ישיבת תורה ודעת (נמצא בידי בנו ר׳ חיים יודל ברוין) ווי די רב בעט אין וויינט ער זאל זעהן עפעס צו טוען, (אין ער האט טאקע געטון ברוב תושי׳ איז עם געלונגען משכנע זיין די הנהלה פין ישיבה אוניברסיטי זיי זאלן עם נישט אננעמען, דערנאך האט ער געקלונגען צו יצחק דוד׳ן אז ער האט פלאץ פאר זיין זוהן אין ישיבת תורה ודעת, אין פארצווייפלטערהייט האט ער דאס אנגענומען) לא די אז ער האט קיין הכרת הטוב נישט געהאט האט ער נאך גענומען די חוצפה זיך מתחבר זיין לעמוד בראש הכנופיה וואס האט געצאפט אין געפייניגט אויך ביז אהין אבער אן קיין מנהיג, איז ער געקומען הדיוט קופץ בראש אז ער בעלזער רב, מיט קרח׳ס טענה כי כל העדה כולם בעלזא ומדוע תתנשאו אין ער איז אויך א יורש וכו׳ וכו׳ די דברי בלע ונאצה , דערצו איז געווען מתן שכרה בצידה פין דעם ענגליש׳ען פריץ וואס האט זיך נאך געווייקט ביים רב ז״ל (אפשר ביי יצחק דוד׳ן ווייל ביים בעלזער רב איז ער קיינמאל נישט געווען אין זיינע עלטערען אויך נישט) אין א שונא בצע איז ער דאך נישט מחוייב צו זיין, 
אויב וויל ער שלום זאל ער צום ערשט אפלאזען די פארביסענע אנטיסעמיטען אין מענטשען פרעסערס וואס דרייען זיך דארט, סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלו... אין שפעטער וועט מען רעדן ווייטער, עס רייסט די הארץ צו זעהן ווי נידעריג מען לאזט זיך אראפ, שלום איז א גרויסער זאך ווען ס׳איז דא א שותף מיט ווען צו גיין צום טיש, אין אז נישט אין די בזיונות אין לשער, ס׳איז זיכער אז מרן שליט״א פארשטייט בעסער פון אונז , אבל מי יעמוד בסוד קדושים, אנו אין לנו עסק בנסתרות, אונז זעהן נאר וואס די מענטשליכע אויג זעהט, אין ס׳קוקט אויס זייער שלעכט ביז דערווייל....

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.