רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 19 ביוני 2015

הצביעות האהרונית

מאת סאטמארי

ווי דער ציבור האלט מיט קומט פאר די לעצטע שטיק צייט א היציגע דעבאטע. איבער דאס אנעקסירן פרישע פונעף הונדערט עיקער צו די גרעניצן פון קרית יואל. ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגעניזאציע מיטן נאמען "יונייטעד מאנרא" מיטן איינציגן ציל אפצוהאלטן דאס אנעקסירן פאר יעדען פרייז. די דעבאטע איז אין די לעצטע פאר וואכן ארויס פון קאנטראל, ספעציעל פארגאנגענע וואך מיטוואך ווען ס'איז פארגעקומען א היציגע "פובליק הירינג" אין די בית רחל פאראדייס זאל. ווי הונדערטער מענטשן פון ביידע צדדים זענען אראפגעקומען אויסצודריקן זייער מיינונג, זה בכה וזה בכה.
איך וועל מיך נישט באציען צו די עצם דעבאטע צו מען זאל יא אדער נישט אנעקסירן. דאס וועל איך לאזן צו די גרעסערע קעפ פון מיר...
איך וויל בלויז אדרעסירן די ארגומענטן אין די היפאקריטיע חלק פון די ווילידזש פירער מיט זייערע שטיצער.
ביי די הירינג האבן די ווילידזש שטיצער ארויסגעברענגט סיי פאר די טאון באורד. און סיי פאר די מידיא, אז יונייטעד מאנרא גייען ר"ל אין די פיסטריט פון די נאציס ימ"ש, ממש נישט צום גלייבן, אונז וואוינען אין די פרייע אמעריקא אין דעי נאציס ווילן אונז ר"ל ארויסטרייבן פון קעי דזשעי, "וואו זאל איך גיין וואוינען, איך בין דא אויפגעוואקסן איך האב 11 קינדער, און פה אשב, איך מיט מיינע קינדער ווילן דא בלייבן" האבן זיי געיאמערט.

להמשך כנסו כאן:


אהא, איך הער גוט, א גערעכטע טענה - אפשר. אבער פאר דיינע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) האסטו (יענקל פאטאקי אנעם הוט) פראקלאמירט בעפאר די פארגאנגענע וואלן אז "זיי זאלן זיך ציען קיין בלומינגבערג, אונז דארף מיר ענק נישט האבן דא אין קרית יואל, גייטס פון דא". געדענקסט נאך? (אויב נישט גיי הער עס אויס אויף קול סאטמאר), אויב אזוי פארוואס קען יונייטעד מאנרא נישט שרייען אויף ענק די זעלבע זאך??
ווער איז דער נאצי וואס שרייט גייטס ארויס פון מאנרא?
און ווייטער טענה'ן זיי אז מיר וואוינען אין די "פרייע אמעריקא" יעדער איז בארעכטיגט צו בויען וויאזוי ער וויל אז עס זאל אים קענען אקאמאדירן!
וואס??? איך הער גוט? איז טאקע "יעדער" בארעכטיגט? לאמיר אביסל אריינקוקן אין "היסטאריע"!
פערמיטן צו קענען בויען אין די ווילידזש גרעניצן
ווען האט די ווילידזש אין די לעצטע 30 יאר געגעבן א פערמיט פאר זייערע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) צו קענען בויען א בנין פאר זייער מוסד אדער א ביהמ"ד אז זיי זאלן קענען ווערן "אקאמאדירט"?
דער זעלבער (הרב וואגשאל) וואס האט באטיטלט די גוים אלס "נאציס" האט געקענט בויען א מעכטיגן בנין פאר א ביהמ"ד אויף זיין פראפערטי - וואס געפונט זיך אין די טאון גרעניצן - טראץ וואס עס דאווענען דארט בערך דריי א האלב מענטשן מענטשן.
בו בזמן וואס די ווילידזש געט נישט קיין פערמיטן פאר אזאנע פראיעקטן אויב איז די רעדע אז א "קעגנער" פון די פארטיי פירער און/אדער זייער רבי'ן וויל בויען.
ווער איז דער נאצי וואס געט נישט קיין פערמיטן צו בויען שוהלן?
איינער געדענקט נאך די "רביצין'ס שוהל"?
די שוהל איז שוין פארמאכט איבער 5 יאר, נישט דורך קיין נאציס (ליין: יונייטעד מאנרא) נאר דורך די נעבעכדיגע אומבאהאלפענע אונטערדרוקטע "ווילידזש אוו קעי דזשעי" וואס האט דאס פארמאכט בשאט נפש, ניטאמאל איז די פראבלעם געווען אז זיי האבן נישט געוואלט צושטעלן א פערמיט, נאר דאס בית המדרש איז שוין געשטאנען און פארפיגט מיט צענדליגע מנינים תפלה יעדן טאג, און מ'האט עס... פארמאכט! יא, פונקט ווי די יונייטעד מאנרא... אנטשולדיגט, די נאציס אין קריסטאל נאכט.
אבער דער צולאזטער הייקינד, אסעמבלימאן ווידער,,OJPAC און שטרוי-קייער פאטאקי, האבן נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קומען פראטעסטירן...
ווער איז דער נאצי וואס האט פארמאכט די שוהל?
ביהמ"ד תהילות יואל
די שוהל וואס איז פארברענט געווארן אנפאנג יאר מיט א בזיון עצום, נישט דורך יונייטעד מאנרא, און אפילו נישט דורך די נאציס זעלבסט, נאר פון די "יעשיוו"ע סטודענט"ן" מיט א בריוו פון די ווילידזש או קעי דזשעי, דארונטער בירגערמייסטער ווידער און שטרוי-קייער פאטאקי. אבער הייקינד און ווידער זעהען ווייטער נישט פאר וויכטיג צו פראטעסטירן.
ווער איז דער נאצי וואס האט פארברענט די שוהל?
ר' יחזקאל בראך'ס לאט
ער פרובירט שוין פאר איבער 15 יאר צו ענעקסן זיין פארפערטי אבער די ווילידזש וויל דאס נישט ענעקסן. הלמאי בראך איז א "מתנגד" אין ער גייט בויען א שוהל פאר די זאליס. וואו זענען וואגשאהל, הירש, הייקינד, בנציון ווידער, OJPAC א.א.וו. צו שרייען אויף די ווילידזש נאציס. היתכן זיי ווילן דאך אויך נישט צושטעלן קיין דירות פאר מיינע 11 קינדער?
ווער איז דער נאצי וואס האט נישט געוואלט אנעקסירן?
ר מענדל שווימער'ס נייע שוהל
מיט 2 וואכן צוריק איז פארגעקומען א "הירינג" פארנט פון די טאון באורד ווי מען האט באהאנדעלט די נייע שוהל וואס ר' מענדל שווימער פלאנט צו בויען. ווער מיינט איר איז געקומען שטערן!? איך ווייס נישט צי נאציס אדער נישט, אבער ס'איז זיכער נישט די "אנטיסעמיטישע" יונייטעד מאנרא. נאר די קעי דזשעי ווילידזש וועלעכע האט נישט געקענט פארפאסן די געלעגענהייט אפצוטוהן זייערע שונאים.
ווער איז דער נאצי וואס פרובירט צו שטערן דאס בויען שוהלן?
עטרת מאיר צבי
די נייע חתונה זאל פון בני יואל וואס האט שוין אפגעקאסט אסאך אידיש בלוט הי"ד, מיט ממזרים פראקלאמאציעס. טעלעפאון קאלס אינמיטן די נאכט. פאשקעווילן אין אלע גאסן. צעברעכן די שויבן פון קארס. שטערן די נשים פון זיך מטהר זיין. יונגע בחורים און ערנסטע יונגעלייט זאלן נאכשרייען פריש חתונה געהאטע קאפּלס מיט מיאוסע לאזונגען און ווערטער שאין להעלותם על הכתב רח"ל כגרועים שבאומות, אלעס מיט די - אומאפיציעלע - מיטארבעט פון ווילידזש פובליק סעיפטי
ווער איז דער נאצי וואס האט טעראריזירט יונגעלייט און זייערע משפחות?
די "מהודרת" גערוך פון בית השחיטה
דא איז זיי שוין ניטאמאל אנגעגאנגען אז זייערע אייגענע מענטשן ליידן אויך פון די אומגעהויערע שלעכטע אומגעזונטע גערוך וואס מהודרת האט ארויסגעגעבן, אזש די שכנים האבן פאר עטליכע יאר נישט געקענט עפענען א פענסטער ווייל די מהודרת סוער האט אריינגע'סרח'ט, האט זיך איינער אפילו געקימערט מיט דעם!?
איראניש איז, אז די ווילידזש האט גאר באשולדיגט די נישט אידישע שכנים אלס "אנטעסעמיטן", ווייל... זיי האבן "מגודל שנאת ישראל" דאס באריכטעט צו די פעדעראלע ענוויירעמענטל אגענטור וואס האט געק'נסעט די ווילידזש מיט 330 טויזענט דאלער.
איר הערט?
זיי זענען גאר אנטיסעמיטן ווייל זיי ווילן נישט שמעקן די געשמאקע מהודרת גערוך.
אומגלויבליך!!
ועוד ועוד רדיפות, שפיכת דמים, הפסד ממון א.א.וו., פון די "אידישע" ווילידזש, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
די היפאקריטיע איז זייער קלאר און ברויך נישט קיין הסברים!
בשעת מען ווערט איבערגענומען פון די ווילידזש פראפאגאנדע איבער אנטעסעמיטישע שכנים. איז גוט צו האלטן פאר די אויגן די אויבנדערמאנטע פאקטן, און זעהן ווער עס האט א רעקארד פון "אנטעסימיטישע נאצישע טעראר", און ווער סאיז א אנטעסימיט-נאצי ביי נעים אנלי!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.