רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 2 ביוני 2015

מאכנאווקער טוען כי מסלפים את השלום

מאת מאכנאווקער

איך באקום יעצט א טעקסט "מלך שהשלום שלו" אין גלייך דערנאך נאך א טעקסט וועגען די "האדמו"ר מבעלזא האיש השלום", איך טראכט יעצט ביי מיר, זיי קענען נאך אזויפיל רעדן און טעקסטן ביז איך און דיר וועלן זיך נאך אויך איינרעדן אז ער איז טאקע דער "איש השלום". ממילא נאך איידער עס הייבט אן אריינצוגיין אין אונזער מח, וויל איך ארויפלייגן אויף פאפיר און צונעמען די זאך אויף אינזערע א פרעזענליכע אופן (אהן אריינציגיין אין די גרויסע מערכות וואס בעלזא רב פין ירושלים האט פאפירט במשך די לעצטע 50 יאהר) אין פראביר'ן קלאהר מאכען וואס מיינט א איש השלום אין ווער איז א "מלך" שהשלום שלו.
אב תשי"ז ווען די הייליגע רב ז"ל איז אוועק איז טאטי שליט"א געוועהן א בחור אין ישיבה אין מיטגעוויינט אויף די אבידה ציזאמען מיט די פילע הינדערטער בעלזא חסידים וואס זענען געבליבען ווי יתומים ואין רועה.
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וואס ס'איז געוועהן אלע יאהר'ן ביז די רבי האט גענימען אויף זיך די כס הנהגה אין ציפירען די שארית הפליטה א הייפעלע בעלזא חסידים וואס האבען זיך געוואלט פירען ווייטער מיט'ן בעלזא שטייגער אזוי ווי די רב ז"ל האט זיי מחנך געוועהן אין אזוי ווי טאטי איז געוועהן נאך בעלזא חסידים וואס האבען געהאלטן הייליג אין נישט מוותר געוועהן אויף קיין קיצו של יוד אין האבען זיך אינטער געווארפען אין מקבל מרות געוועהן פין כ"ק אד"ש מבעלזא מחנובקה.
אבער לצורך הענין וועל איך עס אראפשרייבען בקיצור אין מיט רמזים:
די ווייסט אין איך דארף דיך נישט שרייבען וואספארא רדיפות טאטי איז אריבער די אלע יאהר'ן וואס טאטי האט נישט געהאט קיין רבי דיירעקט פין בעלזא רב פין ירושלים אין אומדיירעקט פין זיינע ארימיגע, וואס די איינציגסטע עבירה איז געוועהן אז ער האט זיך געוואלט ווייטער פירען אזוי ווי ער האט מקבל געוועהן אין געזעהן ביים הייליגען רב ז"ל.
ביי די ברית פין אינזערע ברידער די בכור....
ביי די אפשערען תשל"ב
חנוכה תשל"ג הידוע
נעילת החג סוכות תשל"ח
תשמ"א ווען ס'איז געוועהן באו מים עד נפש אין י.ה. האט מודיע געוועהן טאטי אז מען לאזט נישט אריין..
ווען טאטי האט זיך פלוצלינג געטראפען ביי די 39 אהן קיין קהילה אין אן קיין חברים אין אהן קיין מוסדות אין פארלוירען זיין פאסטען אלץ....(כלי קודש), איך בין געוועהן אביסל עלטער ווי דיר געדענק איך ווי טאטי איז אריין שואל עצה זיין מיט איינער פין די נאטראלע חשובע רבנים ווי צישיקען די קינדער אין וועלכע מוסדות די ברידער אין שוועסטער די פחדים אז ס'זאל נישט שאטען פאר די קינדער די טויש. איך געדענק ווי איך בין אויפגעשטאנען פארטאג'ס צי גיין אין ישיבה האב איך געטראפען מאמי ע"ה זיצען מיט'ן בלויע תהלים אין מיט בכיות אויסזאגען תהילים איך האב געפרעגט מאמי צי ס'איז עפעס געשעהן מאמי האט ווייטער געזאגט, יענע טאג בין איך אהיים געקומען פין ישיבה האט מאמי ע"ה זיך אראפ געזעצט מיט מיר אין מיר געגעבן צי פארשטיין אביסל וואס טאטי גייט אריבער אין די טעג סעטעלען א משפחה אין אנהייבען א לעבען פין פריש, פארלוירען די חברים פארלוירען איינע פין די חברותות (ד.וו.) וכו' אהן ער זאל האבען געטשעפעט א פליג, טאטי האט קיינמאל זיך נישט געמישט אין גארנישט אין זיך נישט געלאזט הער'ן הויך איין איינציגע עבירה איז געוועהן אז ער האט זיך געוואלט ווייטער פירען אויף די פארצייטישע בעלזא שטייגער. איך בין געוועהן יונג אין איך האב נישט אסאך פארשטאנען דעמאלץ, אבער היינט אלץ טאטע פין גרויסע קינדער פארשטיי איך נישט ווי טאטי שליט"א אין ילחט"א מאמי ע"ה האבען עס געקענט אריבער טראגען???
איך וויל באמת נישט מאריך זיין, אבער די ווייסט זייער גיט וואס אינז זעמיר אריבער די לעצטע 26 יאהר וואס אינזער עבירה איז געוועהן אז אינז האמיר זיך געוואלט ווייטער פירען אויף די בעלזא וועג המסורה לנו. 
נחזור לעניינינו, איך וויל נישט בארעדען קיינעם אבער איך וויל דיר ארויסברענגען מיינע געפילען ס'איז דא צוויי סארט ערליכע אידען, ס'איז דא א שטילע מענטש וואס פאסט אויף וואס ער רעדט, יעדע ווארט איז געמאסטען רעדט נישט קיין לשון הרע, טשעפעט נישט קיין מענטש, בקיצור א מושלם בין אדם לחברו. נאכדעם איז דא א מענטש וואס איז א שארפער קען זיך נישט איינהאלטען, ווען ער האט א גיטע טשעפער וועט ער דאס זאגען, א גיט ווערטעל אין אז נאך אפאר אידען וועלען הנאה וועט ער דאס אויסשרייען, מענטשען ווערען געטשעפעט אין פארווייטאגט אבער ער קען זיך נישט איינהאלטען, פארשטייט זיך אז ער באקומט שונאים אין מענטשן ווילען איהם נישט קענען. ס'גייט אריבער אפאר יאהר ביידע ווערען עלטער אין די צווייטע כאפט זיך ער ווערט עלטער ער הייבט אהן איבערציבעטען זיינע שונאים אין פין די וואס לעבען נישט גייט ער מיט א מנין צים קבר אזוי ווי ס'שטייט אין שולחן ערוך וכו'.
טייערע ברידער, וועם וואלסטו געריפען די איש השלום???? די שטילע איד (טאטי) וואס האט נישט געטשעפעט קיין פליג אדער די צווייטע וואס דארף זיך איבערבעטען מיט די גאנצע וועלט???? ווער איז א "מלך שהשלום שלו"????
אבער ליידער איז די עולם השקר גרויס אין טאטי שליט"א, איך אין דיר הייסען די בעלי מחלוקה משא"כ די רודף וואס האבען גערודפ'ט אלע יאהר'ן זענען גאר די אנשי שלום. 
איך בין מסיים מיט א ברכה "עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכי"א

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.