רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 24 ביוני 2015

מנשה לוסטיג זאגט:

פארוואס? פארוואס טאקע..
ס'קען זיין שוין באלד א חודש צייט, און נאכאלץ הענגט עס דארט, ווי כאילו ס'איז דורכזיכטיג, צו אפשר ווארפט עס פחד.. ווער ווייסט.
ס'איז א כשר'ע געקניפטע ציצית, די פולע שיעור, פיר'קאנטיג און ריין, און קיינער צו דעם נישט צורירן, כאטש בטעות.
ווען כ'זאל איבערלאזן בטעות מיין שירעם, מיינע קאלאשן, נישט מער ווי א האלבע שטונדע! און וויבאלד ס'רעגנט אינדרויסן, איז עס אטאמאטיש, כאילו עשאוהו בית דין הפקר.. און ס'איז נעלם! אזוי שנעל ווי כ'האב עס איבערגעלאזט..
ס'קען שטייט א נאמען, שווארץ אויף ווייס, ס'כאילו הניחו על קרן הצבי.. ס'נישטא!
אבער דא לעצטענס, זע איך א נייע מציאות, א חידוש פארוואס..
ווייל כ'האב ביי מיר באשלאסן, אז מיין 'צודאקל' – מיין אלטע וואלענע ציצית'ל איז מיר שוין איינגעשרימפן – פון אזויפיל וואשן, און אויפן דעת, אז יעדע דבר שבקדושה ווערט בטל בין רוב בני אדם, ס'ווערט הפקר, האב איך עס לכתחילה גלייך אויפגעהאנגן – דארט פון וואו מ'לקח'נט מיר אלץ אוועק פון אונטערן האנט, מיינע בגדים און חפצים.
אין מקוה!
כ'קום צו'מארגענס, והנה ס'ליגט נאך דארט, אומ'בארירט!
כ'האב געמיינט ס'וועט העכסטנס הענגן א צעטל, למי הבגד והפתילים.. ניין, כאטש ווער נעלם פאר א נויטבאדערפיגער.. ניין.
נאך א וואך צייט, וואס ס'איז אריבער א פארנומענע ערב שבת, ווען די מקוה איז איבערפול מיט באזוכער, און ס'נישטא קיין איבעריגע הענגער פאר א רפואה, וועט עס זיכער נעלם ווערן.. ניין!
שוין אריבער א שבועות, נאך אפאר וואכן מיט אפאר שבתים, און גארנישט.. ס'הענגט און ס'הענגט און ס'הענגט.. ס'געליבן ווי מ'זאגט הענגן!
וואס זענען די הלכות פון הפקר? וויאזוי ווערט א חפץ הפקר, און וואס עפעס איז מיין נדבה פאר הקדש געבליבן אומבארירט, און ס'הענגט אפ ווי לכתחילה אויף להכעיס..
זאל איך בטעות איבערלאזן וואס איך דארף יא, באלד יש עליו קופצין, וועל איבערלאזן א נדבה בסתר וואס איך דארף נישט, ליגט עס ווי א חררה שאין לה מהפכין.. מה זאת??

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.