רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 19 במאי 2015

מנשה לוסטיג זאגט...

ס'קומט זומער, און מיט דעם קומען מיט, די סעזאנאלע זומער פרוכטן, ווי רובארב נעקטארין און קארזשן, אזוי זענען פארהאנען אויך מענטשן, וואס שלאגן אויס לויט די צייטן.
גענוי ווי עס איז פארהאנען א  שטונדן גלאז - זאמד זייגער, א זון זייגער, א וואסער זייגער, יא? אזוי וואלט איך ביים ארבעט ארום די יאר – נישט געדארפט האבן קיין צייטן ווייזער.
ווייל אז איך זעה בערל איז דא.. דאס מיינט אז ס'איז זונטאג.. ער קומט זען אויב ס'שוין דא די פרישע ברויט.
נישט אז ער וויל קויפן, נאר ער וויל זען אויב אונז זענען דעם וואך ביליגער, ווי די געשעפט אקעגן איבער..
אז יודל איז דא, מיינט דאס אז ס'איז ערב שבת.. ער קומט פרייטיג.
מיטוואך ניין אזייגער, מיינט מרת גרין! כאטש מ'האט איר שוין פארציילט - וואך איין וואך אויס, אז די פרישע פיש אויף שבת, וועט נישט זיין פאר נאכמיטאג, וויל זי יעצט באצאלן דערפאר.
זי קומט צוריק נאכמיטאג עס אפנעמען.. ס'קוקט אויס ווי זי האט זיך א נדר געמאכט, אז פיש קויפט מען אינעם באגינען.
מאנטיג - ווען די וואנט-זייגער קלאפט 9:00, אן קיין סעקונדע אפגעריקט, און רעבעצין ד. איז דא!
אז כ'וועל אנקומען אביסל שפעט צו עפענען דעם געשעפט, דארף איך נאר הערן 'וויפיל' טענות יענע מיסיס האט, דעמאלטס ווייס איך גענוי, אז כ'בין צען מינוט שפעט, ווייל זי שטייט שוין ביים טיר פופצן מינוט.. ווייל אולי ואולי וועט איינער עפענען פאר די צייט, וועט זי זיך קענען אריינכאפן..
אז יאנקל איז דא, מיינט עס אז מ'האט שוין פארשפארט צוואנציג מינוט צוריק.. און מרת בלום האלט נאך אינמיטן איינקויפן און מענדל זוכט שוין וואס איז איבערגעבליבן.. און איין רעכענער איז אנטלאפן, מיט פארמאכטע אויגן וועל איך זאגן – יעצט איז זיבן אזייגער אווענט!
אז די זון איז פארוואלקענט און איין רעכענער האט אפגעפיצט, דאס  מיינט ס'איז 'ווינטער ערב שבת ביי חצות.
ס'איז א געשטאפטע געשעפט מיט קונים, און די צווייטע רעכענער האט אפגעפיצט, יעצט איז ערב ראש השנה האלב נאך איינס, דער רבי נעמט יעצט קוויטלעך..
אז מרת עפל פרעגט ווען קומען די יאגדעס, ווייס איך אז ס'מוצאי פסח, ווייל גענוי אין צוויי חדשים ארום, איז די סטראבערי סעזאן..
און ווען ס'איז ספירה און ווען ס'איז בין המצרים, און ווען ס'איז מותר מוזיק, און ווען ס'איז אסור צו לאכן.. פאר יעדע זאך, זענען דאנקן גאט דא קאסטומערס וואס האבן זייער מצוה פון תוכחה, דעמאלטס ווייס איך גוט, ווי  מ'האלט אינעם יאר.

וויאזוי ווייס איך אז ס'איז ראש חודש? פונקט אזויווי איך ווייס, ווען ס'סוף זמן קידוש לבנה.. ווייל ווען ברוך קומט צו אונז איינקויפן – און אויפשרייבן.. מיינט עס אז צוויי וואכן ארום 'ווי א זייגער', קומט חיים.
זיי זענען פון די סארט לייטן, וואס יעדע וואך זעצט מען אן א צווייטע געשעפט, ס'איז צעטיילט אין פיר חלקים, יעדן וואך אין חודש ערגעץ אנדערש, ביז די רעגירונג האט רחמנות, און שיקט אריין געלט אין זיין עסן קארטל, קלונגט ער  מיר שוין אן, כ'האב שוין קרעדיט???
אפילו די 'למספרם' ווייסעך גוט, ווייל ווען מ'זאגט  מיר, 'מארגן באקום איך פוד סטעמפס', געב איך נאר א קוק אויפן נאמען, אה משפחת שווארץ - ווייס איך ס'איז די אכטע אין מאנאט, ברוין? ס'איז די ערשטע..
איך דארף נישט אויפהייבן די ברעמען, און קוקן אויפן זייגער, ווייל יעדע פאר מינוט שרייעט א צווייטע פרוי, פליז יאגט אייך צו, כ'וויל נאך כאפן די שאטל.. דאס מיינט, ס'איז אריבער נאך צען מינוט!
פרעג איך אייך רבותי, איך דארף א זייגער? איך דארף א קאלענדער? איך שפיר עס אויפן הויט.

[[המשך? אקעי המשך קומט..]]

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.