רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 8 באפריל 2015

מנשה לוסטיג / פסח ע''ה מאמרים (ד)

מאת מנשה לוסטיג

זמן חירותינו? אזוי שטייט, אזוי הערט מען פון אלע דרשנים, און יעדע יודעלע מיט זיין פעקעלע גלות, ווען ס'קומט די זמן חירותינו, פראבירט מען זיך אריינלייגן אינעם הוטל פון א בן מלך, און איז ברוך השם זוכה טאקע מקבל צוזיין די הייליגע השפעות פונעם יו''ט.
אזוי גלייבן מיר באמונה שלימה.
היינט מיטאג.
ס'האט פאסירט און ס'האט עקספלאדירט!
איינער א באקאנטער, וואס כ'האב גארנישט געוואוסט אז ער איז א סינגל, האט מיר געגעבן אנצוהערן א בלו פרינט פון זיינע געפילן.
און ער פרעגט מיר.
דו האסט קיינמאל נישט דעם ווילדן מינוט, און דו טראכסט, איך שפיר זיך כעפרא דארעא, און ווילסט ארויפגיין אויפן פינפטן שטאק און מאכן א ירידה?..
כ'האב נישט געלאכט, איך האב געזען ווי זיינע אויגן גלאנצן פלוצלינג.. ער באפרייט א שנירל טרערן פונעם רעכטן אויג, גראד פונעם הויפט נערוו פון אלע הרגשים און מחשבות זיינע.
ניין, זאג איך עהם, איך האב שוין ב''ה איבערגעקומען די תקופה, און זיך געלערנט שלונגען דעם מצב, און זיך אליינס בארואיגן אז ס'קומט בעסערע צייטן, נישט אייביג איז טונקל.
איך שפיר ווי מיינע אויגן טרערן אויך..
איך וואונדער זיך, אוואו זענען מיינע געפילן פלוצלינג הארט געווארן ווי א שטיין? אה! ס'זענען נישט טרוקענע געפילן, ס'איז נאכאנאנדער ציפענישן אין הארצן, וואס בעטן שוין נישט קיין טרערן, אבער יעצט! יעצט שפיגל איך זיך קעגן מיר אין דעם זעלבן געפיל, און כ'הייב ווידער אן ניצן טרערן, ווען איך וועק זיך אויף פונעם וויסטעניש פונעם מציאות.

כלל ישראל איז בודק חמץ, און מ'זוכט צען ברעקעלעך וואס די בני בית האט באהאלטן..
דער סינגל האט נישט וואס צו אויפזוכן, ער זוכט שוין לאנג א מציאה און טאפט א וואנט, ער באהאלט אליינס די שטיקעלעך און קלייבט זיי נאכן ברכה צוזאמען..
ס'שטיל שא אין זיין איינזאמע דירה'לע, נישטא ווער זאל עהם העלפן אויפרוימען, ס'נישטא ווער זאל עהם אויפדרייען..
אלעס ליגט ווי א דומם – ווי א שטיין אין וואלד, אליינס, שטיל, פארגליווערט.
אויסער די שטילע אטעם פונעם וואנט זייגער, ערגעץ וואו אינעם דירה'לע, אויסער די שפין וואס ציט זיינע פעדעמער אין די ווינקלען פונעם שטימע דירה, אלץ צייכן אז דא באוועגן זיך נישט קיין סאך נבראים – בלויז איינס אליינס און קוים ווען.
כלל ישראל גרייט אן די סימני הקערה, און די היסב בעטל, און דאס און יענס.
דער סינגל דארף גארנישט, ס'פעלט עהם גארנישט, ער האט 'ליידער' נישט קיין זארגן, ער דארף ליידער נישט בארגן, ער האט פשוט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, וואס ציט די נערווען, יעדע לאנגע שבת נאכט, שבת נאכמיטאג, מוצאי שבת, און ערב שבת.
ער גרייט נישט אן פאר קיינעם, גארנישט, עהם איז גוט א שטיקל א פערטל, און א שאד דאס רוב פלעשל וואס ער טרונקט קוים דערפון.
ער האט נישט וועמען צו קויפן עפעס, וועמען צו געבן עפעס, מכבד זיין, מארח זיין, ער איז היינט א אורח ביי אנדערע הייזער, און א שאטן וואס דרייעט זיך ארום ווי א קליינע סמארט קאר, סעלפיש פארלאשן און פאר'קלאפט.
ער דארף גארנישט, ער טוט גארנישט, ער האט נישט קיין דאגה און קיין מאנגל אין צייט, און קיין מאנגל אין עסן, דאס עיקר פעלט, א שותף לחיים, א אויער מיט הארץ, א נשמה מיט פארזארג, ואיננו!
ביים שמועס קרעמל אין שטיבל, האבן אלע וואס צו פארציילן פון זייערע דורכפעלער און דערגרייכונגען ווי איינס, און טייל ווייסן צו זאגן מיט זיכערקייט, יענער? ס'קוקט מיר נישט אויס אז ער וויל נאך חתונה האבן..
קודם כל וועהלט ער זיך ווי משוגע, שנית, ער איז שוין אזוי לאנג אליינס, ער איז שוין זיכער מיואש, דריטענס, ס'איז עהם שוין גוט אזוי..
ער האט מיר אליינס געזאגט.. ער האט אליינס געלאכט ווען כ'האב עהם דאס געזאגט, ער איז פיין מסודר מיט זיין קארעלע מיט זיין דירה'לע מיט זיין ווייסעך וואס נאך אלע חתונה'געהאטע זענען מקנא די סינגלס ווי גרין זייערע גראז וואקסט אויף הייווען.
אויב זאל איך זאגן אויף דעם פריערדיגע שילדערונג, א ביטער געלעכטער, האב איך עס נישט פארטייטשט, עס איז א ביטערע ביטערע געוויין, א שטילע געוויין וואס איז פארשלייערט מיט גראבע ווענט און מויערן, אינעווייניג אינעם הארץ פונעם סינגל פליסט א קוואל פון ביטערע ביטערע טרערן.
דאס הארץ ווערט צושפרונגען..
בערל לעבט מיט זיין ווייב, גייט און קומט, יאנקל פארט עהם אריבער און געבט א פייף, און זיין ווייב זיצט אין פארענט און לאכט..
ביים טאטנס הויז, אלע ברודער און שוועגערינס, לאכן ארום, מ'שמועסט און מ'טענה'ט זיך, און ער שפירט זיך ווי א פינפטע רעדל, ווייל ער טאר נישט קוקן צו סאך אהין, ער טאר נישט רעדן צו סאך אהער, מ'וועט נאך זאגן אז ער טראכט אז ער טראכט אז ער טראכט..
אלעס גייט גע'פארט, און ער גייט ווי א רעדל אן א וואגן, אלע ווייזן א לעבן, און ער לעבט ווייל ער מוז ווייזן..
יעדער האט געוואלדיגע דברי חיזוק עהם צו זאגן, נישט נאר שבת, נישט נאר יום טוב, נאר יעדע מאל מ'טרעפט עהם.. ''דער אייבירשטער וועט דיר זיכער זיכער העלפן, איך זאג דיר צו...''
''איך האב דיר זייער זייער זייער שטארק אינזינען.. [ווען? ביים עסן?? אה, נאכן עסן מיטן טעלפאן ביכל אין האנט זוכנדיג א שידוך פאר מיר.. יא?
ניין, איך בין נישט קיין שדכן, איך האב גראדע גערעדט מיט איינעם 'אמאל'. ער זאגט אז ער וועט טראכטן..
נו ווען דען האסטו מיר אינזינען זייער זייער זייער שטארק..
ביים דאווענען, ביי הנותן לשכוי בינה, ביי גאל ישראל, ביי על הצדיקים.. אה! ביי והסר ממני יגון ואנחה, דו ווילסט מער נישט הערן מיין פראבלעם.. איך ווייס, דו ווילסט כ'זאל מיר שוין חתונה האבן און געענדיגט מיט דיין שווערע געפיל..
כ'זאל מיר שוין חתונה האבן איינמאל פאר אלעמאל.. און וואס טוסטו פארדעם? קלאפסט מיר אין פלייצע מיט דיין אמונה פשוטה.. מיט דיין צעקוועטשן מיין האנט פורים נאכמיטאג און יום כיפור פאר כל נדרי..
סך הכל ווילאנג האסטו אזוי שטארק שטארק געטראכט און געבעטן פאר מיר?
סך הכל ווי שטארק האסטו געבעטן.. ווי לאנג און ווי שטארק וואלסטו געבעטן ווען דיין אייגן קינד דארף א שידוך און ער איז שוין היבש ארויס פון ישיבה??
צו איך האב טענות אויף דיר? ניין! איך קען נישט האבן קיין טענות, דו קומסט מיר גארנישט, דו ביסט דאך נישט קיין שדכן זאגסטו.. וויפיל דו קענסט טון, טוסטו שוין.. אוודאי.
איי פארוואס איך קוק דיר אן מיט א זויערע מינע? זאל איך לאכן? ס'רייסט דאך מיר ביים קאפ און הארץ, איך בין שוין עלנד א היבשע פאר יאר.
אבער אז איך זאג, אז כ'וויל נישט קיין חיזוק, איך וויל נישט קיין אומגעבעטענע ברכות, קיין אומגעבעטענע תפילות און הזכרות, נאר פאקטישע מעשים, קוקסטו מיר אן ווי א מרה שחורה'ניק.
אז דו טוסט דאס בעסטע לשיטתך, און מער קענסטו נישט טון, ס'פשוט נישט מעגליך מער וויפיל דו טוסט, ביסטו פטור.
פטור פון טון אומגעבעטענע טובות אויך..
אז איך בעט דיר נישט קיין הזכרות, שפאציר אוועק פון מיר, און וויין מיר נישט אריין אין מיין ליידיגן שיסל.. ווייל דו פארשטייסט מיר נישט.
ווען דו וואלסט מיר פארשטאנען, וואלסטו נישט געזאגט אז דו האסט גענוג געטון!
כ'רעדט שוין נישט, אז ביסט מתפלל פאר מיר, אבער ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו שיקן משלוח מנות, ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו רופן פאר א סעודת שבת, מיר צו שיקן אמאל א געשמאקע נאכטמאל, מיר צו שענקן ידידות ווען איך וויל עס נישט ווען ''דו'' ווילסט..
שבועות ביים מילכיגן סעודה לעקסטו אייז קרים מיט דיין משפחה, איך לעק אראפ מיינע טרערן פון די נאסע באקן, ובמסתרים תבכה נפשי.
זומער מ'גייט מ'קומט מיט די משפחה און איך לעב ווי א בוים אין בעק-יארד, קיינער דארף מען נישט באזארגן מיט קיין שופר בלאזן מיט קיין מגילה לייענען,  מיט קיין סוכה מיט קיין מצה מיט קיין אתרוג מיט קיין קידוש והבדלה.
יא אויפגעשטאנען, נישט געגאנגען שלאפן, יא דערלייגט נישט פארלוירן, רעדט צום וואנט!
אבער טאקע צו די וואנט!!
להדליק נר חנוכה, זאג שטיל זאג הויעך, מאך אויף מאך צו.. ווי מיין זאקן ווי מיין בעקיטשע..
הרחמן הוא יברך את.. עמ עמ.... אותי יא! ואת... עמ עמ... אישת...ניין, את עמ...אותנו ואת כל אשר לא לנו.. ו...כל עמך בית ישראל..
אוי! אוי! רייסן זיך ארויס קרעכצן פון דאס הארץ, פון דעם עלענדער איינזאמער הערצעלע, וואס נאר דער שומע כל פה, הערט זיי און וויינט מיט, מיטן צעבראכענעם סינגל, וואס כאפט נישט דעם אטעם פון פארשעמטקייט און יאוש.
אוי באשעפער זיסע, עד מתי!
ווי קען איך ליבע גאט זאגן זמן חירותינו, ווען איך בין פארבינדן דאס הארץ און די געפילן מיט שטעך דראטן.
זמן שמחתינו.. הלוואי, על הניסים ועל הפורקן אוי ווען? בערך ווען וועט דאס שוין זיין..
אפילו מיינע חברים זענען באשוואוירן אז שלום עלי נפשי, אז איך בין שוין גוט אזוי, און כ'בין שוין צעפליקט און צשטויסן פון לויפן צו אבשוי'ס און דייטס, אלץ צו הערן דעם פאגעשטעלטן ניין!!! ער איז נישט פאר מיר..
פארוואס שטיי איך אויף? פארווען לייג איך מיך אראפ? וויאזוי עפען איך א מויל און רצון אויף תפילה, אויף תורה אויף וחי בהם, אויף תכלית, אויף שמחה של מצוה, אויף געזונט, אויף אמונה אויף זיך אויפ'פירן נארמאל, ס'דען נאך דא דען א סיבה דערויף? האב נאך עפעס אנדערש אויפן עתיד?
דאך דאך זאגט יעדע איינציגע שבר כלי, איך גלייב איך גלייב אז אויב אלע האבן מיר שוין אפגזיגלט אלץ א פארגעסענער, אבער דו ליבע גאט האסט מיר נישט פארגעסן אפילו טאמער האב איך אין דיר פארגעסן.
און נאר דיין הילף, דיינע וועגן האבן א תכלית און א בערוף, אעשה לו עזר.. אין יענע רגע וואס עס וועט זיין די געטליכע רצון, ווען דער יושב ומזווג וועט שפאלטן דעם ים הגדול והנורא פון טרערן ימ'ן טרערן און הארץ עסענישן און אומעט, און ביום מן הימים זוכה זיין צום הפכת מספדי למחול.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.